אינדישער אקעאן
אקעאנען פון דער וועלט |
---|
דער אינדישער אקעאן איז דער אקעאן ארומגענומען מיט אזיע צו צפון, אויסטראליע און דער פאציפישער אקעאן צו מזרח, דער דרום אקעאן צו דרום, און אפריקע און דער אטלאנטישער אקעאן צו מערב. ער נעמט זײַן נאמען פון דעם דרום אזיע לאנד אינדיע וואס געפונט זיך אויף זיין בארטן. די בוכטע פון בענגאל, דער אראבישער ים, דער פערסישער איינגאס און דער ים געהערן אלע צו דעם אקעאן.
דער טיפֿסטער פונקט אינעם אינדישן אקעאן געפינט זיך אין דעם זשאווא אַקאפ, און איז טיף 25,344 פיס. דער דורכשניט טיף איז 13,002 פיס. דער שטח פונעם אינדישן אקעאן 28,350,000 קוואדראט מייל.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צווישן די גרויסע טייכן וואס פליסן אריין אינעם אינדישן אקעאן זענען די זאמבעזי, שאט אל-אראב, אינדוס, גאנגעס און בראהמאפוטרא.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון 1405 ביז 1433, האט אדמיראל זשענג הע געפירט גרויסע פלאטן פון דער מינג דינאסטיע אויף עטלעכע נסיעות צום מערב אקעאן (דער כינעזישער נאמען פארן אינדישן אקעאן) און ער איז אנגעקומען צום בארטן פון מזרח אפריקע.
אין 1497 איז דער פארטוגעזישער נאוויגאטאר וואשקו דא גאמא ארומגעפארן דעם קאפ פון גוטער האפנונג און איז געווארן דער ערשטער אייראפעישער אפשיפן אין אינדיע און, שפעטער, אין דעם ווייטן מזרח.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מאפעס פֿונעם אינדישן אקעאן (ארכיווירט 12.11.2011 ביי דער Wayback Machine)
- אינדישער אקעאן אין גרינגער פראנצויזיש