לדלג לתוכן

שפרעם

פֿון װיקיפּעדיע
שפרעם
מדינה / טעריטאָריע ישראל
קאָאָרדינאַטן 32°55′43.68″N 35°4′35.03″E / 32.9288000°N 35.0763972°E / 32.9288000; 35.0763972קאארדינאטן: 32°55′43.68″N 35°4′35.03″E / 32.9288000°N 35.0763972°E / 32.9288000; 35.0763972
ראַיאָן צפון דיסטריקט
בירגערמייסטער נהד חאזם

 ‑ אין שטאָט

41,600‏
צײַט זאָנע UTC+2
שפרעם אינעם 20סטן יארהונדערט

שפרעם איז א שטאט אין צפון דיסטריקט אין ישראל. די שטאט געפונט זיך אויף זיבן בערג, און דער מוניציפאלער שטח איז 22,000 דונאם. די שטאט געפונט אויף א קרייצוועג צווישן די גליל בערג און דעם טאל, צווישן חיפה, עכו און נצרת.

די שטאט האט אן אלטע היסטאריע, נאך פון דעם צווייטן בית המקדש צייטן, און איז געווען איינע פון די שטעט, וואו די סנהדרין האבן געזעסן. דער תנא רבי יהודה בן בבא, איז דארט באגראבן. נאכן חורבן האבן קריסטן אנגעפאנגען קומען, און מיט די מוסלמענישער אנקום, זענען אראבער דארט אנגעקומען, מיט די יארן זענען צוגעקומען אויך דרוזן. יידן האבן זיך געפונען דארט, ביז די 1920ער יארן, און די שול שטייט ביז היינט.

ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, זענען אסאך איינוווינער אנטלאפן. ביז פאר עטליכע יארן, זענען די קריסטן געווען א מאיאריטעט, אבער אין די לעצטערע יארן, האבן די מוסלמענער באקומען דאס מערהייט אין שטאט. די שטאט איז די צווייטע גרעסטע קריסטליכע שטאט, אין גאנץ ישראל, נאך נצרת.

לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין שפרעם 36,500 איינוווינער. 59 פראצענט פון שטאט זענען מוסלמענער, 26 פראצענט קריסטן, און 14 פראצענט זענען דרוזן.