לדלג לתוכן

יבנה

פֿון װיקיפּעדיע
יבנה
ארויסקוק אויף דער שטאָט פון תל יבנה
מדינה / טעריטאָריע ישראל
גרינדונג דאַטע 1949
ראַיאָן צענטער דיסטריקט
בירגערמייסטער צבי גאָוו-אַרי, חיים מסינג
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 10.700 קוואדראט ק"מ
הייך 30 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

33,000‏  (שטייענדיג 2010)
3,084 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2

יבנה (אַראַביש: ياڨني يبنة, ייבנאַה) איז א שטאט, אין צענטער דיסטריקט פון ישראל, און געפונט זיך צו דרום זייט פון גלייכע ים געביט. די שטאט געפונט זיך נעבן לאקאלע ראט חבל יבנה פון דרום, אשדוד פון דרום מערב, פון מזרח עטליכע קיבוצים, און שטעטלעך. איז א שטאט זינט 1986. לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק (צב"ס), בייַם סוף פון 2010 האט די שטאָט געהאט אַ באַפעלקערונג פון 33,000.

ווארשיינליך איז די שטאט אויף די פלאץ פון די זעלבע אלטע שטאט, וואס איז שוין געווען אין די צייטן פון יידן אין ארץ ישראל, אין מלכי יהודה, די שטאט איז געווען אונטער די פלשתים, און זיי האבן געשטערט דאס לעבן פון די יידן. ביי די צווייטע בית המקדש, האט ינאי המלך איינגענומען די שטאט, און די שטאט איז געווארן א יידישע. ביים חורבן האט רבן יוחנן בן זכאי, באקומען ערלויבעניש דארט אויפצושטעלן די סנהדרין, נאכן ארויסגיין פון ירושלים. די סנהדרין איז געווען אין יבנה פאר זיבעציק יאר, נאך רבי יוחנן איז געווען רבן גמליאל פון יבנה, און נאכדעם איז די סנהדרין אריבער צו אושא, נאכן דורכפאל פון בר כוכבא אויפשטאנד. רבן גמליאל ליגט לויט דער טראדיציע אין יבנה. (די אראבער האלטן אז די קבר איז פון א געוויסער חבר פון מוכאמאד).

אין די צייטן פון אטאמאנישע אימפעריע, ביז די מלחמת השחרור, איז געווען דארט אן אראביש דארף, דער בריטישער מאנדאט, האט געברענגט דאס דארף צו א גינסטיקע וווקס, אבער די גבעתי בריגאדע האט איינגענומען דאס דארף אין יוני 1948, און די איינוווינער זענען אנטלאפן קיין עזה שטרייף.

אין 1949, איז אויפגעשטעלט געווארן די נייע יבנה, נאכדעם וואס די אלטע דארף איז חרוב געווארן, פון נייע עולים. און אין 1986, איז פון א לאקאלע ראט געווארן די שטאט יבנה.

ביי די געגאסענע בליי אפעראציע, איז יבנה געווען די מערסט צפונדיקע שטאט, ווי די סירענע איז געהערט געווארן, אבער קיינע קאסאם ראקעטעס, זענען נישט געפאלן אין שטאט זעלבסט.

טראנספארטאציע איז צוגעשטעלט צו דער שטאט דורך ישראל באנען, וואס האט צוויי באן סטאנציעס אין יבנה, יבנה מזרח און יבנה מערב (געעפנט אין פעברואר 2012).

יבנה איז געווען איינער פון די הויפּט פאַרצייַטיקע שטעט אין די דרום פלוין, פלאצירט 20 קילאמעטער דרום פון יפו, 15 קילאמעטער צפון פון אַשדוד, און 7 קילאמעטער מזרח פונעם מיטלענדישן ים.

נאָך דעם אומקום פון דעם צווייטן בית המקדש אין 68, האט רבן יוחנן בן זכאי אריבערגעפירט די סנהדרין קיין יבנה.

מכבי יבנה איז דער שטאָטס הויפּט פוטבאָל קלוב.