לדלג לתוכן

גענע

פֿון װיקיפּעדיע

אַ גענע (gene) (פון אַלט־גריכיש γένος — "מין") איז אַ סטרוקטורעלער און פונקציאָנעלער איינס פון ירושהדיקייט פון אייגנשאַפטן אין אַלע אָרגאַניזמען און ווירוסן. גענען ווערן איבערגעגעבן דורך פאַרמערונג פון עלטערן צו קינדער, פון איין דור צום צווייטן ("ווערטיקאַל"), אָדער דורך אַנדערע פּראָצעסן, פון דאָנאָר צו אַקצעפּטאָר ("האָריזאָנטאַל").

גענען קאָדירן פּראָטעאינען אָדער פונקציאָנעלע RNA.

איין גען אַנטשפּרעכט אַ פראַגמענט פון DNA, אָדער RNA, וואָס קאָדירט איין פּראָטעאין (אָדער פונקציאָנירנדיקע RNA). ווי אַ יוצא פּועל דעפינירן די גענען (גענאָטיפּ) אַן ערך דעם פענאָטיפּ, ד.ה. וויאַזוי דער גאַנצער אָרגאַניזם זאָל אויסזען און פונקציאָנירן.

די אייגנשאַפטן פון גענען און בכלל דעם פענאָמען פון דער ירושהדיקייט פאָרשט גענעטיק.

יסודותדיקע באַגריפן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גענעטיק שיידט אונטער צווישן צוויי באַגריפן, וואָס ביידע מעגן אָנגערופן ווערן אַלס "גען": לאָקוס (locus) און אַלעל (allele). לאָקוס איז סתם אַ געוויסער אָרט אויף כראָמאָסאָם, וואָס קען רעפּרעזענטירט ווערן דורך באַשטימטע וואַריאַנטן, אַלעלן.