לדלג לתוכן

שרויף

פֿון װיקיפּעדיע
פארשידענע שרויפֿן

א שרויף אדער שרײַפֿל איז א שטיפט אדער א ריגל וואס האט פון דרויסן א גווינט. מיט א שרויף קען מען פארבינדן צוויי זאכן און אויך אויפבינדן. דער שרויף איז איינער פון די זעקס פשוטע מאשינען און טאפלט דעם קראפט וואס מען ווירקט אויף אים כדי אריינגיין אינעם מאטריאל. מען טוט מאכן אן אונטערשייד צווישן האלץ־שרויפן און מעטאל־שרויפן.

מען שרויפט אריין דעם שרויף אין א לאך וואס עקזיסטירט אדער (ביי א האלץ־שרויף) אין א לאך וואס ווערט געמאכט דורכן שפיץ פונעם שרויף.

רוב שרויפן טוט מען אריינשרויפן אדער ארויסציען מיט א שרויפן-ציער, נארמאל זייגערווייז. ביי א רעכטן ראד פון א מאשין, אדער א לינקן טרעטל פון א ראווער, ניצט מען קעגנזייגער־שרויפן, ווייל אנדערשט מאכט זיך א קראפט וואס וויל ארויסשרויפן דעם שרויף.

שרויפן מאכט מען פון שטאל, מעש, בראנדז, טיטאניום, האלץ און פלאסטיק. ווען מען ניצט א שרויף פון א שוואכן מאטריאל ווי למשל מעש, טוט מען פריער מאכן א לאך מיט א שטאלענעם שרויף.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שרויפֿן