צדקה
צדקה איז אוועק צו געבן פאר ארימעלייט אייער אייגן געלט.
צדקה איז איינע פון די מצוות אין די תורה. לויט די הלכה דארף מען געבן יעדער ארימערלייט צדקה.
לויט די חז"ל, ארימעלייט פון אן אייגן שטאט זיינען מער וויכטיקער זיי צו שטיצן ”עניי עירך ועניי עיר אחרת עניי עירך קודמין” (מסכת בבא מציעא ע"א.)
מען לערנט דאס ארויס פון דער פסוק: ”אִם-כֶּסֶף תַּלְוֶה אֶת-עַמִּי, אֶת-הֶעָנִי עִמָּךְ” (שמות כ"ב)
אן אינטערעסאנטע זאך זאגט דער רמב"ם אין זיין ווערק אויף משניות (אבות אויף די משנה והכל לפי רוב המעשה), אז אויב איינער גיט אויפאיינמאל טויזנט מטבעות פאר צדקה, און איינער גיט די זעלבער סכום נאר נישט אויפאיינמאהל נאר ער צוטיילט עס אויף אסאך נתינות, דאס הייסט למשל ער גיט טויזנט מטבעות פאר טויזנט מענטשן, דאן האט דער צווייטער טויזנט מצות וויבאלד ער האט מקיים געווען די מצוה פון צדקה טויזנט מאל, און דער ערשטע האט נאר איין מצוה.
עס ווערט דערציילט אז ווען ר' נחמן מברסלב איז געווען א קינד, האט ער געטוישט גרויסגעלט צו אסאך קליינע מטבעות, און האט אריין געווארפן אין א צדקה פושקע יעדע וויילע נאך און נאך מטבעות, כדי עס זאל זיך איינזאמלען אסאך מצות, איידער אריינווארפן אין איין מאל איין גרויסע מטבע, וואס וואלט אים באלוינט מיט איין מצווה בלויז.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צדקה נאוייגעיטער איז א וועב סייט געאייגנט צו מאניטערן און פארשן מוסדות התורה וחסד וויאזוי זיי נוצן די געלט. [1]
מידות אין יידישקייט | ||
---|---|---|
|