זייגער
א זייגער (ענגליש: clock, העברעאיש: שעון, לשון קודש: מורה שעות) איז דער אינסטרומענט וואס מעסט און ווייזט די צייט: אין וועלעכער שטונדע פונעפ טאג געפינט מען זיך.
אן א זייגער, ווייסט מען נישט צי ס'איז פארמיטאג אדער נאכמיטאג. ס'איז איינס ביינאכט אדער 4 פארטאגס.
זייגער מארק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס ווערן היינט פארקויפט זייגערס פאר פרייזן ביז $300,000 - געווענליך גייט די פרייז אויף א זייגער לויטן נאמען און נישט לויטן מעטאל אין וואס די באוועגונג ליגט. צווישן די טייערע זייגערס זענען:
רוב זייגערס באשטייען פון ראסטפריי שטאָל און לעדער.
זון זייגער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אמאל פלעגן רוב זייגער'ס זיין א זון זייגער. וואס האט געוויזן וויפיל די זון האט זיך שוין געבויגן צו מערב. לויט דעם האט מען געוואוסט אז דער טאג איז שוין אט אט פארביי.
עס פלעגט זיין א 'גלאק טורעם' וואס אויף דעם איז געווען צו זען א גרויסע זייגער, און עס האט געקלונגען אין באשטימטע צייטן, געוויסע אום 12 אזייגער, און געוויסע יעדע שטונדע. פון דעם האט מען שפעטער געמאכט די טייערע גרויסע זייגערס, וואס רייכע לייט האבן געהאט אין שטוב, און נאך שפעטער איז געווארן מעגליך א טאשן זייגער.